Yiddish Shtetl Jewniverse   Правила

Иврит клава   Помощь   Поиск Пользователи  

Календарь   Статистика Блоги  Галерея  

Здравствуйте, гость ( Вход | Регистрация )

Для читателей: поддержка сайта, к сожалению, требует не только сил и энергии, но и денег.
Если у Вас, вдруг, где-то завалялось немного лишних денег - поддержите портал






 
Ответ в темуСоздание новой темы
> Выдержка из воспоминаний Ѓерцля Апшана
Ирена Pisces
Сообщение #1


слабая женщина
Иконки Групп

Группа: Супермодератор
Сообщений: 5 298
Регистрация: 25 Апреля 2003
Из: Москва

 США 

Пользователь №: 1
Спасибо сказали: 240 раз(а)




Выдержка из воспоминаний Ѓерцля Апшана (писатель на Идиш) о его родном Вижнице:

Найдено в блогах


מארמורעש איז געווען דער גרעסטער יידישער צענטער אין אלטען אונגערן ביי דער גרויסער מאנארכיע, און איז אויך היינט (1939) דער גרעסטער און פרומסטער יידישער צענטער אין טראנסילוואניע. א סביבה פון יידישע האראפאשניקעס מיט בעל עגלות און סוחרים מיט מוכרים פון יעדן פאר. מ'קען און מ'פארשטייט סוחריש און פאכמעניש צו יעדען מסחר אויף דער וועלט.- .און אלעס פון דער "ישיבה" און פונים "חדר" אויס

Прикреплённый файл  009.1.jpg ( 19.4 килобайт ) Кол-во скачиваний: 19


יידן זיינען מעקלערס מיט טרייבערס און טרעגערס, יידן זיינען שמידן, דראטערס מיט
גלעזערס, קאלעכברענערס, בערשטלבינדערס, א חוץ ווערצהייזער מיט געוועלבער'ס און טראפיקאנטען אנא שיעור. אלעס תלמידי חכמים יודעים את התורה, וואוינען צוזייעט און צושפרייט אין קליינע האלצערנע שטיבלעך, צווישן די קארפאטען און אויף לאזעס אין די בערג. איינס פון נאקעטע העלצער אליין , איינס האט א הויכען דאך מיט קליינע פענסטערלעך און איינס אקאראט פארקערט. א קיבוץ פון איבער מאה אלפים יידישע נפשות. --- איידער מ'האט עס איבערגעטיילט האלב פאר די טשכאסלאוואקיי און העלפט פאר רומעניען ---- אלעס איז ביי די ברעגעס פון דער "טייס" א סביבה וואו מ'רעדט יידיש און מ'שלינגט יעדעס ווארט אויף יידיש. מ'בענטשט אויף יידיש און מ'שעלט יידיש , מ'האנדלט און וואנדלט און מ'לעבט אפ אלע יארן אויף יידיש

Прикреплённый файл  vishniac_roman_1992_1912.jpg ( 13.21 килобайт ) Кол-во скачиваний: 35


ס'האט זיך קיינער נישט אסימילירט און מ'האט זיך קיינער מאדיאראזירט, מאנסבילן האבען נישט געהייסען "הערען" און ווייבער זענען נישט געווען "פרויען" , א קוטשער האט נישט געהייסען "שאפער" א מלמד האט נישט געהייסען באלד "פראפעסאר" , א בעל תפלה האט נישט געהייסען "קאנטאר" און א רב האט מען נישט גערופען "דאקטאר". מ'האט זיך נישט געענדערט דעם נאמען מיט די מלבושים און ס'האט קיינער זיך נישט געשעמט מיט די בגדים און מיט'ן יידישקייט. מ'האט נישט געוווסט פון די סך-ערליי מאכלים, מ'האט נישט געדארפט אזויפיל קעכינס מיט משרתים און באדינטע, מ'איז אלעס געווען אליין

א ייד האט געוווינט אין איין שטיבל און געהאט איין גערטל מיט איין קו און איין ערליי איבערטועכץ אלע זיינע יארן, מ'האט נישט געוווסט פאר אזוי פיל צייטן פון עסן: א פרישטיק, א מיטאג און א נאכטמאל און אלעמאל אנדערע מאכלים מיט אנדערע עס-צייגן. מ'האט געוווסט אין יעדער הויז סתם, זומער קאכט מען אפ טאפ בארשט מיט ריבלעך און ווינטער קרויט מיט באנדלעך, דאס איז געוועזן פאר א גאנצן טאג. א גאנצען וואך האט מען געגעסן מאליי-ברויט און שבת קוילעטש פון חלה מעל און מ'האט קיינמאל נישט קיין פארדארבענעם מאגן

Прикреплённый файл  RV_007.jpg ( 17.25 килобайт ) Кол-во скачиваний: 19


מ'האט נישט געוווסט פון דאקטוירים און מעדיצינען, פון בעדער מיט לופט פארענדערונג. מ'האט געהאט פאר אלעם היימישע רפואות מיט סגולות און מ'איז געווען שטארק און געזינד, קיינער האט נישט געוווסט אז ס'איז פארהאנין צוקער-מאגען און נירן קראנקהייטן. מ'איז אלט געווען 120 יאר און פון קאפ-שמערצן און ציינווייטאג האט זיך קיין איד נישט געוווסט צו באקלאגן, מ'איז געשטארבען מיט אלע ציין אין מויל
К началу страницы
 
+Цитировать сообщение

Ответ в темуСоздание новой темы
1 чел. читают эту тему (гостей: 1, скрытых пользователей: 0)
Пользователей: 0

 

Текстовая версия Сейчас: Пон, 21 Октября 2019, 3:11


 
Дизан стиля форума Иван Манцуров aka Aiwan и Winnie the Pooh
Author’s emoticons KOLOBOK-Style
Russian America Top. Рейтинг ресурсов Русской Америки.
Ozon.ru
Рейтинг Новостей Америки