Yiddish Shtetl Jewniverse   Правила

Иврит клава   Помощь   Поиск Пользователи  

Календарь   Статистика Блоги  Галерея  

Здравствуйте, гость ( Вход | Регистрация )

Для читателей: поддержка сайта, к сожалению, требует не только сил и энергии, но и денег.
Если у Вас, вдруг, где-то завалялось немного лишних денег - поддержите портал






 
Ответ в темуСоздание новой темы
> Памятник. riftsh (LJ)
Ирена Pisces
Сообщение #1


слабая женщина
Иконки Групп

Группа: Супермодератор
Сообщений: 5 299
Регистрация: 25 Апреля 2003
Из: Москва

 США 

Пользователь №: 1
Спасибо сказали: 240 раз(а)






Этот рассказ я уже давно хотел написать. Я давно считал, что простому, ничем не приметному моему земляку Ицику, сыну Рахмила, полагается хоть какой-то памятник.

Не Матесу Брохесу — рашковскому шутнику и острослову, чьи шутки так часто повторяли в Рашкове, а самая знаменитая шутка была про его, Матеса, жену Брохе:
— Моя старуха, знаете ли, это брохе в доме. Счастье и удача...

Не Геце Молдавскому — другому рашковскому мудрецу, прямо-таки сыпавшему поговорками, каждая из которых стоила, по словам рашковцев, но меньше двадцатки.

Он любил, Геца, выйти летним полуднем из дому, глянуть на вымершую рашковскую улицу и будто в испуге сказать:
— Просто опасно живому человеку выйти на улицу. Посреди бела дня могут напасть на тебя и ограбить!

Не Гершлю Гуревскому — задумчивому, с запавшими щеками, в то время кассиру рашковского банка, курившему не иначе, как половинки сигарет, просто потому, что курить целые — слишком большая роскошь, никогда не верившему, что когда-нибудь будет еще очень хорошо, и никогда не верившему, что когда-нибудь может еще быть очень плохо, а на любое предсказание счастья и несчастья машущему рукой:
— Это будет, когда Днестр потечет вспять!

Славные земляки. Дорогие земляки. Земляки-мудрецы. Сердце разрывается, когда думаешь, что их уже нет. Но памятник какой-то ему, Ицику Рахмила, полагается. Ей-богу.

Пусть даже самый обычный камень, без всяких украшений. А на камне выбитая долотом пара строчек:

«Здесь похоронен просто еврей, сапожник, Ицик, сын Рахмила, живший простой жизнью и отдавший жизнь за то, чтобы кривой, искалеченный мир чуточку выпрямился».

Под этими строчками я бы выдолбил три буквы: «З.Ц.Л.» — «Зейхерцадик ливрохе».

Ихил Шрайбман, из рассказа "Ицик, сын Рахмила"



ÁЗИМА

— Помнится, мама, в Рашкове слово такое было — «азима». Что это, а?
— Как что это? Азима — это азима.
— Да, но с чем ее едят?
— Как это с чем? Ни с чем.
— Как же ее делают?
— Что значит как? Берут две горсти темной муки, три-четыре горсти кукурузной муки, не мешает добавить желток-другой, если есть — ложку постного масла, щепотку соды, еще немножко меду или кусочек пчелиных сотов, щепотку соли, конечно, с четверть стакана сахарного песку, замешивают, раскатывают толщиной в два пальца, надрезают на клетки, посъшают чуть-чуть кукурузными отрубями, сажают в печь вместе с хлебом — и вот тебе азима...
— Когда же ее едят?
— Когда хотят. Скажем, в субботу перед вечером. С баночкой вишен или с тарелкой печеных груш. Она крошится и просто тает во рту.
— И это все?
— Да, совсем забыла. Главное — когда делают азиму, надо все время думать о том, чтобы она удалась, чтобы была вкусной, чтоб людям понравилась, сын мой...

Ихил Шрайбман, перевод с идиша Г.Перова
К началу страницы
 
+Цитировать сообщение
Ирена Pisces
Сообщение #2


слабая женщина
Иконки Групп

Группа: Супермодератор
Сообщений: 5 299
Регистрация: 25 Апреля 2003
Из: Москва

 США 

Пользователь №: 1
Спасибо сказали: 240 раз(а)






חלוצים

בײַ אונדז אין ראַשקעװ זענען נאָך קײן חלוצים נישט געװען. עפּעס װאָס. אַן אָנהײב. אַ שפּראָצל, װאָס האָט זיך נאָך גוט נישט אָנגעזען, איז זיך נאָך גוט נישט צעװאַקסן.

אַ גאַנצע קאָמפּאַניע ע‫אמתע חלוצים האָב איך פּלוצעם דערזען אַרױס דער שטאָט יאָס, אױף אַ פֿלאַך־צעשפּרײט פֿעלד, הינטער אַ װעלדל בײַ אַ גרינער ברײטלעכער ריטשקע.

כ'האָב דעמאָלט געדינט אין דער רומענישער אַרמײ, אין יאָסער רעגימענט "דױ טראַנסמיסיוני". נאָכן נאַציִאָנאַלן רומענישן יום־טובֿ "צענטער מײַ" און נאָכן אָפּגעבן די שבֿועה, דורך אַ יאָסער רבֿ, דעם קיסר און דעם רבונו־של־עולם, האָט מען בײַ אונדז, באַסאַראַבער ייִדישע ייִנגלעך, צוריקגענומען די ביקסן, אױסגעטאָן אונדז די גרינע מלבושים, אַראָפּגעבראַכט פֿונעם קאַזאַרמע־בױדעם אונדזערע אײגענע שמאַטעס און אונדז אַװעקגעשיקט צופֿוס אַ צען קילאָמעטער נאָך יאָס צו אַ פּריץ אױף "מונקאַ קימפּעלוי".

אײן אױס־סאָלדאַט אונדזערער האָט אױפֿן װעג פּלוצעם אַ געשרײ געטאָן:

־ זעט נאָר, חבֿרה... חלוצים... זײ מאַכן דאָ די האַכשאַראַ... דערנאָך װעלן זײ אַװעקפֿאָרן קײן פּאַלעסטינע אױפֿשטעלן דאָס ייִדישע לאַנד...

־ פֿון װאַנען װײסטו עס? ־ האָט מען אים געפֿרעגט.

־ װאָס זשע, איך זע נישט? כ'בין בלינדן? ־ איז דאָס געװען דער לאָגישסטער ענטפֿער.

מיט הױך־פֿאַרהױבענע פֿאַרשטעקטע קלײדלעך, מיט די נאַקעטע פֿיס אין דער ריטשקע, האָבן דרײַ קורצגעשױרענע מײדלעך געזשמיקעט גרעט אױף װײַסע פּלאַטשיקע שטײנער. לעבן אַ פּאָר לײַװנטענע געצעלטלעך האָבן זיך צװישן צװײ ציגל גערױכערט צוגעדושעטע האָלעװעשקעס. אין די הױלע לײַבער, בלױז מיט קורצע הײזלעך אױף זיך, האָבן ייִנגלעך און מײדלעך (די מײדלעך, פֿאַרשטײט זיך, אין ליפֿטשיקלעך) געפּראַשעװעט רײ נאָך רײ יונגע פּאַפּעשױעס. מײדלעך זענען געזעסן אַרום אַ קעסל און געשײלט קאַרטאָפֿליעס, געבראָקט קרױט. ייִנגלעך האָבן געבראַכט צו טראָגן אױף די פּלײצעס בינטלעך טרוקענע צװײַגלעך פֿונעם װעלדל.

מיר האָבן זיך אַװעקגעזעצט אױף אונדזערע סאָלדאטסקע קעסטלעך און באַטראַכט דאָס דאָזיקע בילד קעגן אונדז. אױפֿן האַרצן איז געװען אי פֿרײלעך (אױס! אַסקאָפּעט פֿונעם דינען!). אי טרױעריקלעך (פֿאַרװאָס זשע, פֿונדעסטװעגן, געטרױט מען אונדז נישט? װער זשע זענען מיר עס װער? גנבים? באַנדיטן? פֿאַרעטער?).
כ'האָב פּאַװאָלינקע פֿאַרטשעפּעט אַ ספּריטנעם חלוץ אין מיטן זײַן רעשן. מיר האָבן זיך באַקענט, געגעבן זיך די הענט, איך האָב אים געזאָגט מײַן נאָמען, ער מיר ־ זײַן נאָמען: "באַרוך"!

־ זאָג זשע מיר נאָר ברוך לעבן ־ האָב איך אַ מאַך געטאָן ־ װאָס זשע װעט זײַן װײַטער?

־ װוּ װײַטער? ־ האָט ער מיר געענטפֿערט ־ דאָ װײַטער, צי דאָרט װײַטער?

־ דאָרט. דאָ.

־ דאָ, ־ האָט ער אַ װײַז געטאָן אױף אונדזערע קעסטלעך ־ זעסטעדעך װי מע שפּײַט אױף אונדז, מע דערנידעריקט אונדז, מע װײַזט אונדז אַז מיר זענען די סאַמע־סאַמע ערגסטע.

־ און דאָרטן? דינען די ענגלענדער, האַ?

־ װײסטעך ־ האָט ער געענטפֿערט ־ װי מע זאָגט אױף ייִדיש: "װײַטער האָט די קו אַן אײַטער". מיר װעלן דאָרט גראָבן מיט די נעגל די זאַמדן און די שטײנער, אָנפֿירן אַהין די בעסטע שװאַרצערד. אונדזערע קיבוצים װעלן פֿאַרמאָגן די שענסטע קי מיט די פֿולסטע אײַטערס אין דער װעלט.

־ חוץ אין בירעבידזשאַן, אין דער ייִדישער מלוכה בירעבידזשאַן, ־ האָב איך געזאָגט.

ער האָט זיך געײַלט און האָט מיר נישט געענטפֿערט. ער האָט זיך נאָר צעשמײכלט, איז אַװעק און פֿונדערװײַטנס מיר צוגעװאָרפֿן:
־ כאַ, כאַ, כאַ...

איך האָב אים מיט מײַן דעמלטיקער נאַיִװקײט צוריקגעװאָרפֿן:
- כאַ, כאַ, כאַ...

אונדזערע בײדע כאַכײַען האָבן אין דער לופֿטן זיך באַגעגענט, איבערגעמישט זיך, אַ קײַקל געטאָן זיך אין אײנעם, װי אַ לײַכטער דונער. געקײַקלט זיך אײנס אױפֿן אַנדערן, געראַנגלט זיך אײנס מיטן אַנדערן, װי סע ראַנגלט זיך געלעכטער מיט געװײן.

1997


Примечания:

ראַשקעװ – Вадул Рашков, городок на берегу Днестра в Бессарабии (сейчас Молдова), где родился писатель.
יאָס – столица Молдавии, тесно связана с зарождением еврейского театра.
דױ טראַנסמיסיוני – рум. ‫צװײ טראַנסמיסיעס
מונקאַ קימפּעלוי – мунка кымпэлуй ‫רומעניש ־ פֿעלד־אַרבעט
געיעט - געפּראַשעװעט
К началу страницы
 
+Цитировать сообщение
Ирена Pisces
Сообщение #3


слабая женщина
Иконки Групп

Группа: Супермодератор
Сообщений: 5 299
Регистрация: 25 Апреля 2003
Из: Москва

 США 

Пользователь №: 1
Спасибо сказали: 240 раз(а)




Вот оригинал миниатюры Ихила Шрайбмана, чей русский перевод был опубликован ранее:


יחיאל שרײַבמאַן

אַ האָזימע


־עפּעס געדענק איך, מאַמע, אין ראַשקעװ, אַ װאָרט "האָזימע". װאָס הײסט עס, האַ?

־װאָס הײסט װאָס סע הײסט? האָזימע הײסט האָזימע.

־יאָ, אָבער מיט װאָס עסט מען עס?

־מיטן מױל, מיט די צײן עסט מען עס.

־װי אַזױ זשע, אַ שטײגער, מאַכט מען אַ האָזימע?

־װאָס הײסט װי אַזױ? מע נעמט צװײ זשמעניעס טונקל מעל, אַ דרײַ־פֿיר זשמעניעס פּאַפּשױ־מעל, סע שאַט ניט אַ פּאָר געלבלעך, אױב ס'איז דאָ, אַ לעפֿל בױמל, אַ קאַפּעלע סאָדע, סע שאַט ניט אַ ביסל האָניק צי אַ שטיקל סטעלניק, אַ קאַפּעלע זאַלץ, פֿאַרשטײט זיך, אַ מין פֿערטל גלאָז מעלעץ, מע פֿאַרקנעט עס האַרט, מע קאַטשעט עס אױס אַ צװײ פֿינגער די גרעב, מע קאַרבט אײַן קעסטעלעך, אין יעדער קעסטעלע אַ מעסערשטאָך, מע באַשפּרענקלט עס מיט אַ לעק פּאַפּשױנע קלײַען, מע זעצט עס אײַן אין אױװן אין אײנעם מיטן ברױט, און ס'האָסטו דיר אַ האָזימע.

־װען זשע עסט מען די האָזימע?

־װען מע װיל. אַ שטײגער, שבת פֿאַר נאַכט. מיט אַ סלאָיִקל װײַנשל צי מיט אַ טעלערל טשאָלנט־באַרלעך. סע קרישעט זיך און סע צעגײט זיך ממש אין מױל.

־און דאָס איז עס אין גאַנצן?

־יאָ. כ'האָב גאָר פֿאַרגעסן. ס'גלאַװנע, בשעת מע מאַכט די האָזימע דאַרף מען די גאַנצע צײַט האַלטן אין דער מחשבֿה, זי זאָל געראָטן, זי זאָל זײַן באַטעמט און זי זאָל נושׂה־חן זײַן, זון מײַנער... ‬



Обратите внимание на различия исходного текста и перевода. Последний менее многозначен и морализаторство в конце менее тонко. Самое главное, оригинал поразительно точно передаёт устный стиль и регистр женской кулинарной речи. Кому-нибудь приходилось записывать кулинарные рецепты с устной речи собственной бабушки?
К началу страницы
 
+Цитировать сообщение

Ответ в темуСоздание новой темы
1 чел. читают эту тему (гостей: 1, скрытых пользователей: 0)
Пользователей: 0

 

Текстовая версия Сейчас: Ср, 13 Ноября 2019, 20:15


 
Дизан стиля форума Иван Манцуров aka Aiwan и Winnie the Pooh
Author’s emoticons KOLOBOK-Style
Russian America Top. Рейтинг ресурсов Русской Америки.
Ozon.ru
Рейтинг Новостей Америки