חזרלעך
־ אַנאַ־װאַנאַ, בריגאַדיר,
עפֿן אױף פֿון שטאַל די טיר!
װײַז מיר נײַע, שײנע,
חזרלעך די קלײנע!
־ שפּעטער, קינדער, חבֿרהלײַט,
איצטער דאָ ניט ראַשן,
כ'האַלט דאָך איצט די חזרלעך
גראָד אינמיטן װאַשן.
־ אַנאַ־װאַנאַ, בריגאַדיר,
עפֿן אױף פֿון שטאַל די טיר,
לאָז זײ דאָך אַ גלעט טאָן ־
מאָגערע צי פֿעטע?
־ שפּעטער, קינדער, חבֿרהלײַט,
האָט איר דען פֿאַרגעסן?
סע דאַרפֿן דאָך די חזרלעך
גראַדע איצטער עסן.
־ אַנאַ־װאַנאַ, בריגאַדיר,
עפֿן אױף פֿון שטאַל די טיר!
גיכער שױן באַווײַז זײ
־ ראָזעװע צי װײַסע?
־ שפּעטער, קינדער, חבֿרהלײַט,
שטילער, ניט געלאָפֿן,
כ'לײג אַװעק די חזרלעך
גראַדע איצטער שלאָפֿן.
־ אַנאַ־װאַנאַ, בריגאַדיר,
קינדער בעטן זיך בײַ דיר!
־ שאַ־שאַ, חבֿרימלעך,
סע שלאָפֿן די חזרימלעך!
אָט־אָ רוען זײ זיך אױס ־
לאָז איך זײ צו אײַך אַרױס!