Интересный старый нигун на Идиш:
צװישן קאָסאָב און קיטאָב
צװישן קאָסאָב און קיטאָב
איז אַ בריקעלע פאַראַנען, איז אַ בריקעלע פאַראַנען
װאו דער בעל שם, װאו דער הֵײליקער בעל שם
איז שפּאַצירן גיגאַנגען
װאו דער הֵײליקער בעל שם, װאו דער הֵײליקער בעל שם
איז שפּאַצירן גיגאַנגען
צװישן קאָסאָב און קיטאָב
איז אַ װאַסערל פאַראַנען, איז אַ װאַסערל פאַראַנען
װאו דער בעל שם, װאו דער הֵײליקער בעל שם
איז זיך טובלן גיגאַנגען
װאו דער הֵײליקער בעל שם, װאו דער הֵײליקער בעל שם
איז זיך טובלן גיגאַנגען
צװישן קאָסאָב און קיטאָב
איז אַ װעלדעלע פאַראַנען, איז אַ װעלדעלע פאַראַנען
איז אַ װעלדעלע פאַראַנען, איז אַ װעלדעלע פאַראַנען
װאו דער בעל שם, װאו דער הֵײליקער בעל שם
איז זיך מתבודד זַײן גיגאַנגען
װאו דער הֵײליקער בעל שם, װאו דער הֵײליקער בעל שם
איז זיך מתבודד זַײן גיגאַנגען
איז אַ מערהלע פאַראַנען, איז אַ מערהלע פאַראַנען
איז אַ קלֵײנטשיק הֵײל פאַראַנען, איז אַ מערהלע פאַראַנען
אַװאו דער בעל שם, װאו דער הֵײליקער בעל שם
איז יחודים מייחד זַײן זַײן גיגאַנגען
װאו דער הֵײליקער בעל שם, װאו דער הֵײליקער בעל שם
איז יחודים מייחד זַײן זַײן גיגאַנגען
צװישן קאָסאָב און קיטאָב
זענען פֵײגעלאַך פאַראַנען, זענען פֵײגעלאַך פאַראַנען
אַװאו דער בעל שם, װאו דער הֵײליקער בעל שם
לערנען שירה איז גיגאַנגען
װאו דער הֵײליקער בעל שם, װאו דער הֵײליקער בעל שם
לערנען שירה איז גיגאַנגען
דער הֵײליקער בעל שם...