В помощь учителю |
Здравствуйте, гость ( Вход | Регистрация )
В помощь учителю |
Сообщение
#1
|
|
Решился тоже написать Группа: Новичок Сообщений: 148 Спасибо сказали: 0 раз(а) Регистрация: 19 Июня 2003 Пользователь №: 18 |
В помощь Йоэлю
Привожу одно из самых известных стихотворений יהואש"a(Шлоймэ Блумгартена(1872-1927).Он известен, также, как переводчик ТАНАХ на идиш. При всей своей архаичности этот перевод считается классическим. Привожу это произведение без огласовки(так как это уж слишком трудоёмкий процесс), без перевода и пояснений - это сделает Йоэль. Итак: מזמור שיר ליום השבת מזמור שיר ליום השבת ווי עס גיסט זיך דורכן הארצן אזוי יום-טובדיק און פריילעך :אין א כאר פון זיסע קלאנגען !מזמור שיר ליום השבת !מזמור שיר ליום השבת ס"שטאמט דאס ליד ניט פון קיין מענטשן נאר מלאכים ווייסע האבן דאס געזונגען אין גן-עדן אינעם ערשטן הויכן שבת נאך דער גרויסער וועלט-באשאפונג -און די זון און די שטערן :אלע האבן מיטגעזונגען !מזמור שיר ליום השבת יא, די זון און די שטערן וועלכע האבן נאך קיין טרערן ניט געזען אויף אונדזער וועלטל האבן שטראלנדיק געזונגען :מיט די שניי-ווייסע מלאכים !מזמור שיר ליום השבת און די פייגל פון גן-עדן אינעם כאר אריינגעשאסן האבן א פאנטאן פון טרעלן און געסווישטשעט און געטרילערט !מזמור שיר ליום השבת און די בלומען פון גן-עדן האבן שעמעוודיק געוויגט זיך האבן אויפן פארביק-דופטיק :בלומען-לשון מיטגעזונגען !מזמור שיר ליום השבת און די גרויסע ריזנביימער האבן צוגעלייגט דעם אויער איינגעבויגן זיך מיט ערנסט :און געשארשקעט און געשושקעט !מזמור שיר ליום השבת אויף זיין כסא-כבוד דעמלט מיט א געטלעך-גוטן שמייכל :האט דער בורא מיטגעזונגען !מזמור שיר ליום השבת |
|
|
Текстовая версия | Сейчас: Вс, 19 Май 2024, 7:34 |