Yiddish Shtetl Jewniverse   Правила

Иврит клава   Помощь   Поиск Пользователи  

Календарь   Статистика Блоги  Галерея  

Здравствуйте, гость ( Вход | Регистрация )

Для читателей: поддержка сайта, к сожалению, требует не только сил и энергии, но и денег.
Если у Вас, вдруг, где-то завалялось немного лишних денег - поддержите портал






 
Ответ в темуСоздание новой темы
> Поэма Лейзера Вольфа "Эвигинго", Laplandian at bercovich forums
Ирена Pisces
Сообщение #1


слабая женщина
Иконки Групп

Группа: Супермодератор
Сообщений: 5 299
Регистрация: 25 Апреля 2003
Из: Москва

 США 

Пользователь №: 1
Спасибо сказали: 240 раз(а)




עװיגינגאָ

אין די פֿײַכטע, טיפֿע זשונגלען
אױף די זומפּן זשאַבאַטשוקאָ
בײַ דעם שװאַרצן װאַסער טשונגאָ,
װאָס אין װײכן טאָל אַמיקאָ -

לעבט דער אַלטער גוטאַמינגאָ,
װױנט דער אַלטער גוטאַמינגאָ.
עסן עסט ער אַלטע שלאַנגען,
פֿײגל-אײער, בלינדע-װערעם,
זשאַבעס, פֿיש מיט גרינע אױגן,

װעװערקעס װאָס קענען פֿליִען,
מײַזלעך, װאָס דערצײלען מעשׂיות,
מאַלפּעס, װאָס פֿאַרשילטן זקנים.
ניט געהאַט האָט ער קײן יוגנט-
צײַט דער אַלטער גוטאַמינגאָ.

זומפּן האָבן אים געבאָרן

אַלטערהײט מיט קרומע בײנער,
זשאַבעס זײַנען זײַנע אױגן,
בושלען - זײַנע פֿיס פֿון פֿלעקער,
זײַנע הענט - װי אַלטע שלאַנגען,

זײַנע האָר -- װי גראָע דערנער.
שטײענדיק אין װאַסער שלאָפֿט ער,
װען ער גײט, די מאַלפּעס לאַכן:
- אָט־אָ גײט ער, גוטאַמינגאָ,
דער צעדרײטער אַלטער פֿלאָקן!

און די װעװריקלעך די שטיפֿערס,
װאַרפֿן ניסלעך אים אין פּנים:
נאָר דער גראָער לײב דער עלטסטער
האָט נאָך פֿאַרן אַלטן אָפּשײַ
און דער אַלטער גוטאַמינגאָ

קלאָגט פֿאַר אים אין טיפֿן אָװנט:
- װײ צו מײַנע אַלטע יאָרן!
שװער איז מיר שױן אומצושפּרײַזן
אין די זשונגלען, אױף די זומפּן,
זוכן שפּײַז פֿאַר מײַנע צײנער,

װאָס צעברעקלען זיך פֿון אַלטקײט.
שװער איז מיר שױן אײַנצושלינגען
אַ באָטשאַן אין דעם פֿרימאָרגן
און אַ יונגן בער אין אָװנט.
כ'דאַרף שױן ברענען אױפֿן פֿײַער

פֿאַר מײַן זון אין רױטן פֿײַער
דאַרף איך זײַן אַ שטיק געבראָטנס -
װײ צו מיר איך האָב קײן זון ניט!
װער װעט מײַנע בײנער לעקן,
זײ צעװאַרפֿן אין די זומפּן,

שטאָרכן זאָלן נעמען שפּראָצן
הױך פֿון מײַנע אַלטע בײנער?
װער װעט מײַנע אױגן לײגן
אין די טאָלן אַרום פֿעלזן,
לײַכטן זאָלן זײ פֿאַר גראָע

בלינדע װעלף אױף נאַכט-געיעגן?
װער װעט מײַנע האָר פֿאַרפֿלאַנצן
צװישן דערנער, האַרטע גראָזן,
טאָמער װעט אַ פֿױגל פֿאַלן,
זאָל ער ניט צעשטאָכן װערן?

װער װעט מײַנע צײן פֿאַרזעצן
אױף די בערגלעך, װאַקסן זאָלן
װײַסע, שלאַנקע, זיסע בױמלעך -
יונגע כּלות פֿאַר די װינטן?
װײ צו מיר, איך האָב קײן זון ניט!

װײ צו מיר, איך האָב קײן זון ניט!
און דער גרױער לײב דער עלטסטער
איז געזעסן לאַנג, געשװיגן,
מיטן עק געקלאַפּט, געזשמורעט
מיט די געלע, קאַלטע אױגן

און זיך פּלוצלונג אָפּגערופֿן
מיט אַ קול, פֿאַרטױבט פֿון אַלטקײט:
- דרײַסיק נעכט אױף דרום-מזרח
גײ אָן אָפּרו און אָן װאַסער,
װעסטו טרעפֿן זיבן בערגלעך,

אײנער העכער פֿון דעם צװײטן:
אױף אַ פֿעלז פֿון העכסטן בערגל
זיצט די סאָװע אַנאַקומיס,
זיבן אױגן אין איר שטערן,
דרײַצן פֿינגער אױף איר האָרן.

זאָג צו איר אײן װאָרט פּאַמעלעך,
גאָר פּאַמעלעך: עװיגינגאָ! -
און דו װעסט געהאָלפֿן װערן.
גײ מיט גליק, און זאָרג ניט, אַלטער.
האָט דער אַלטער גוטאַמינגאָ

לאַנג געגלעט דעם לײב דעם גראָען,
אים געדאַנקט און זיך געזעגנט,
זיך געלאָזט אױף דרום-מזרח
גײן אָן אָפּרו און אָן װאַסער.
דרײַסיק נעכט זײַנען אַװעק שױן.

און ניטאָ די זיבן בערגלעך
און די סאָװע אַנאַקומיס.
בערגלעך זײַנען דאָ, נאָר אַכציק,
שפּיציקע, װי שאַרפֿע צײנער.
און אױף זײ, גײט אום לבֿנה,

טאָכטער פֿון דער נאַכט, לבֿנה:
- טאָכטער פֿון דער נאַכט, לבֿנה -
זאָגט דער אַלטער גוטאַמינגאָ -
אפֿשר װײסטו, ליבע טאָכטער,
װוּ די זיבן בערגלעך זײַנען

פֿון דער סאָװע אַנאַקומיס?
כ'דאַרף זי האָבן, כ'מוז זי פֿרעגן:
עװיגינגאָ! עװיגינגאָ! עװיגינגאָ!
רויִק ענטפֿערט די לבֿנה,
גײענדיק אױף געלע פֿיסלעך:

- װוּ די װינטן זײַנען דרײַצן,
אױף די הױלע צײן פֿון קאָרן
װוּ די ליבע װײנט געלאַסן,
אױף אַ פֿײַגן-בױם בײַם װאַסער,
װוּ די שטערן טאַנצן שיכּור,

גלײַך און גלײַך, דורך זומפּ און זאָרגן,
אײערנעכטן אױף אַ פֿלאָקן,
זיצט די סאָװע אַנאַקומיס,
זאָג איר זיכער: עװיגינגאָ!
דאַנקט דער אַלטער און ער לאָזט זיך

װײַטער גײן די סאָװע זוכן.
שטײנדלדיק דער װעג, די פֿײַלן
זשומען גיפֿטיק אין דער לופֿטן.
רױטע װינטן, בלױע פֿעלזן,
מעלקט דער טײל זיך אין אַ קערבל.

ס'עפֿנט זיך די ערד מיט פֿײַער
און פֿאַרמאַכט זיך מיט אַ דונער.
מיד איז גוטאַמינגאָ, ס'װיגן
זיך די קני װי שװערע שיפֿלעך,
ס'נױגט זיך צו דער ערד זײַן שטערן

און ער פֿליסטערט: עװיגינגאָ!...
פּלוצלונג: אַ פֿאַרברענטער זשונגל.
אױף די גליִענדיקע צװײַגן
פֿון אַ גראָבן בױם אין פֿאַלן
פֿליט אַ קו מיט דינע הערנער

און די פֿעדערן פֿון זילבער. -
- ליבע קו, דו גוטע געטין,
װאָס דו גיסט גאָר מילך דײַן שׂונא.
זאָג מיר, אפֿשר װײסטו װוּ די
סאָװע אַנאַקומיס נעכטיקט?

כ'מוז זי האָבן, כ'מוז זי פֿרעגן:
עװיגינגאָ... עװיגינגאָ...
ס'האָט די קו געהאַט רחמנות
אױפֿן האַרטן, בלינדן זקן,
און זי האָט אים מילך געגעבן

פֿון איר פֿולן, װײַסן אײַטער,
און זי האָט געזאָגט געלאַסן
קײַענדיק די שװערע װערטער:
זיבן װעגן פֿון אַלבאַסטער
קרײצן איבער אַכט פֿון גינגאָלד,

זאָגן זיך צום פּאַלאַץ באָנום
פֿון דער געטין אַטענאַדאַ.
און דער פּאַלאַץ איז פֿון מאַרמאָר
װײַס װי שױם פֿון װאַסערפֿאַלן;
אין איר סוד די שװערע עפּל

לײַכטן װי לבֿנות פֿולע;
אירע בריסט - װי זילבער-קױלן
װען די זון גײט אױף אין מזרח,
אירע האָר פֿון העלן האָניק,
אירע אױגן - נאַכט און סאַמעט,

אירע הענט װי צאַרטע שלאַנגען
אַרום ליבעסגאָט פֿאַרפֿלאָכטן:
װעסטו פֿאַלן אױפֿן שטערן,
נאָנט צו אירע קלײנע פֿיסלעך
און אַרױסקלאָגן געלאַסן:

עװיגינגאָ... עװיגינגאָ...
דאַנקט דער אַלטער און ער לאָזט זיך
אױף די װעגן פֿון אַלבאַסטער,
מידע שלאָפֿן אױף די װעגן,
אײַנגעשפּאַנט אין פּורפּור-װאָגנס,

אײזלען, בלוט און שװײס און צירונג,
שטעט און טעמפּלען, זײַלן, געטער,
בלוט, געלעכטער, גאָלד און שאַנדע,
יאָגן זיך נאָך רום און כּבֿוד,
יאָגן זיך צום פּאַלאַץ באָנום,

פֿון דער געטין אַטענאַדאַ;
און דער פּאַלאַץ איז פֿון מאַרמאָר,
נאָר אין בלוט און פֿלאַמען שטײט ער,
און אין פּאַלאַץ אױף די קישנס
ליגט די שײנע געטין שיכּור,

פֿון אַ קראַנקייט אויפֿגעפֿרעסן
װי אַ שלאַנג פֿון פֿערד צעטראָטן.
אַרום איר די שװאַרצע מײדלעך
ציטערן אין שרעק און טרערן.
פֿאַלט דער אַלטער צו די פֿיסלעך

פֿון דער דורכגעפֿױלטער געטין
און ער פֿליסטערט און ער בעט זיך:
עװיגינגאָ... עװיגינגאָ...
- עװיגינגאָ - ציט די געטין
װי אַ המשך פֿון איר חלום, -

הײלן טונקעלע און לאַנגע,
דערנער און נשמה-לײַדן,
בלאָע ליבע אָן אַ גרענעץ,
אָן אַ גוף און אָן אַ זינען,
צלמים שװאַרצע, װוּנדן רױטע,

מאַנטלען-נאַכט און הערצער-פֿײַער,
הײַזער שפּיציקע װי שפּיזן,
טירן, פֿענצטער - שמאָל װי פֿינגער -
און אין קאַלטער װאַנט פֿאַרמױערט,
מיטן מאַרך צום שטײן געשלאָסן,

אױף די פֿיס - אַ קײט פֿון אײַזן
און דאָס האַרץ אין טאַש פֿון טײַװל -
עװיגינגאָ... עװיגינגאָ...
דאַנקט דער אַלטער און ער לאָזט זיך
װײַטער זוכן עװיגינגאָן.

װעגן ציִען זיך געפֿלאַסטערט
װעגן-װאַלד און װעגן-װאַסער,
און ער גײט דורך קאָרידאָרן
פֿול מיט ביכער און מאָנאַכן,
דורך די האַרטע גראַטן קוקט ער

אױף די הױכע קלױסטער-שפּיצן.
גלעקער קלינגען, בלעטער קלאָגן,
שײַטער-הױפֿנס אױף די פּלעצער,
בעטנדיקע הענט אין פֿײַער
און דער עולם אין התלהבֿות

אױף די קני אַראָפּגעבױגן.
גײט דער אַלטער און ער װײס ניט
װעמען פֿרעגן, װעמען בעטן;
אַלע האָבן עפּעס מורא
װערטער אױפֿן ליפּ צו ברענגען.

רײַטער אױף די פֿערד באַפּאַנצערט,
שטעכן זיך מיט לאַנגע שפּיזן,
טאָמער רעדסטו, טאָמער פֿרעגסטו,
טאָמער װילסטו עפּעס װיסן.
דינער, פֿערד און קנעכט, באַראָנען

פֿילן אױס די שטעט און דערפֿער.
אין די שענקען - װײַן און װײַבער,
אױף די פֿעלדער - בלוט און בײַטשן.
זיצט דער אַלטער גוטאַמינגאָ
אײנמאָל אין אַ קלײנעם שענקל;

מיד איז ער פֿון װעג. די טאָרבע
לײגט ער אונטער זיך אַרונטער
און ער בעט אַ גלעזל רױטװײַן
אָנצוּװאַרעמען די גלידער.
פּלוצלונג זעצט זיך אַ פּאַרשױן צו

צו זײַן טישל מיט אַ גלעזל
פֿול מיט װײַן, צי גאָר מיט פֿײַער;
עפּעס אַ פֿאַרדעכטיקט-הױכער,
אין אַ הױכן הוט מיט זיבן
פּאַװע-פֿעדערן װי בלאָע

לאַנגע דינע פֿלאַטער פֿלאַמען;
אױף די פֿינגער טראָגט ער רינגען
פֿול מיט גרױסע אײדלשטײנער
רעגנבױגנדיק צעבליצטע;
שמאָלע הױזן טראָגט ער, גרינע,

דורכגעװעבט מיט זילבער-פֿעדעם
און אין האַנט - אַ בײַטש פֿון לעדער,
אײַנגעשמידט אין בראָנז און קופּער.
שיכּור איז ער קענטיק זײער;
אױף די גראָבע, פֿרעכע ליפּן

שפּרינגט אַרום אַ פֿײַכטער שמײכל,
װי אַ זשאַבע אױף אַ ברעטל.
- הער באַראָן פֿאָן פּאַן פּאַנטאָפֿל! -
שטעלט ער פֿאָר זיך פֿאַרן אַלטן,
קלאַפּנדיק זײַן גלאָז אָן גלעזל

פֿון דערשטױנטן גוטאַמינגאָן,
טרינקט ער הילכיק, נאָכער זאָגט ער:
- װאָס איז דײַן באַגער? - און כ'גיב דיר!
איך בין איצט אין אַ זײער זײער
אויפֿגעלײגטער, גוטער שטימונג

און דײַן יעטװידער פֿאַרלאַנג װעט
מאָמענטאַל פֿאַרװירקלעכט װערן...
שטאַמלט גוטאַמינגאָ שױן װי
דורך אַ נעפּל פֿון פֿאַרגעסונג:
עװיגינגאָ... עװיגינגאָ...

- עװיגינגאָ? - פֿרעגט ער איבער
דער פּאַרשױן באַראָן פּאַנטאָפֿל -
װאָס איז דאָס?... אַזאַ מין חיה?
פּרעהיסטאָריע?... מיטלעלטער?...
עװי... גינגאָ... עװיג... עװיג...

אַ גערמאַניש װאָרט... איך װײס שױן...
גערמאַניסטיק... גוט, באַקומסט עס!
כ'װעל דיר אָנשרײַבן אַ בריװל
צו מײַן פֿרײַנט געהײַמראַט געטע,
האָמאָנוקלוס און הער פֿאַוסט.

נאָך אַ שטעמפּל װעסטו גײן צום
מעסיע נאַפּאָלעאָן פֿון פֿראַנקרײַך,
קיניג איבער פּרײַסן, שפּאַניע,
און קאַטאַראַ בלינדעקישקע;
די צעטײלונג פֿון אײראָפּע

װעט דיך פֿערטלען אין שװעצאַריע,
פֿו, עס דרײט זיך מיר אין קאָפּ שױן
װי די ערד אַרום די זון-שײַן!
נאָך דער לעצטער עקספּעדיציע,
אין אַ פֿלעשל פֿון שאַמפּאַניער,

פֿעסט פֿאַרקאָרקעװעט אין פּױלן
פֿון אַ װילדן װיצע-קעניג
איבער אַפֿריקאַנער ליטע,
בײַ נאַפּאָלעאָן אין װעסטל,
אױפֿן אינדזל קראַנקעכיענע -

ליגט ער און ער דרימלט רויִק
אין די װיקעלעך פֿון כעמיע,
אױף אַ שליטן פֿון אַ גענעץ -
עװיגינגאָ... עװיגינגאָ...
גוטאַמינגאָ האָט גענומען

ס'בריװל צום געהײַמראַט געטע
און געלאָזט זיך אױף די װעגן
קײן גערמאַניע און קײן װײַמאַר,
נאָר דער װעג איז לאַנג און גליטשיק
און ער פֿירט אַראָפּ אין טאָלן.

געטע איז שױן לאַנג געשטאָרבן,
קאַרל מאַרקס איז שױן געקומען,
אַרבעטער אין רױטע בלוזעס
פֿלאַטערן אין קאַמף אױף גאַסן.
פֿעלקער גרײטן צו מלחמה,

פּאַנצער-שיפֿן, טױט, שגעון.
גוטאַמינגאָ איז פֿאַרמאַטערט
שױן פֿון לאַנגן גאַנג, ער װיל שױן,
אױסציִען די קאַלטע בײנער,
שלאָפֿן, שלאָפֿן, טױב און אײביק.

נאָר די ערד - זי לאָזט ניט שלאָפֿן,
פֿול איז זי מיט גרױל און פֿײַער.
מתים-בערג אױף אַלע פֿעלדער,
שטײט אין מענטשן-פֿלײש פֿאַרזונקען.
ס'קלאָגט די ערד, געשענדט, דער הימל

װײנט מיט באָמבעס און מיט שיפֿן.
אײן סעקונד נאָר װערט עס העלער -
מאָסקװע פֿליט - אַ פֿײַער-פֿױגל,
פֿליגלען-ברײטע פֿינף-יאָר פּלענער
און דער עק - אַ שװערע פֿאָנע

אײַנגענעצט אין בלוט פֿון העלדן.
מיטן שטױב פֿון טױזנט װעגן
קומט קײן מאָסקװע גוטאַמינגאָ.
אױפֿן רױטן פּלאַץ אין אָװנט
שטײט ער פֿאַרן טױטן לענין

און ער שמײכלט און ער פֿליסטערט:
עװיגינגאָ... עװיגינגאָ...
װאָס-זשע רעדסטו? װאָס-זשע שילטסטו? -
זאָגט דער װאַך-סאָלדאַט צום אַלטן -
װאָסער מינגאָ? װעלכער שמינגאָ?

דאָ איז נאָר דער חבֿר לענין
און איך היט אים! טראָג זיך װײַטער.
גײ צום חבֿר מיראָגרײַעװ,
ער װעט דיר שױן אַלץ דערקלערן...
עװיגינגאָ... עװיגינגאָ...

דאַנקט דער אַלטער און ער לאָזט זיך
צום פּראָפֿעסאָר מיראָגרײַעװ.
אַלע װײסן און מען װײַזט אים:
דאָרטן אױפֿן הױכן בערגל
שטײט אַ זײַל, אַ ריז, אַ טורעם,

דרײען זיך אַרום די װאָלקנס.
אינעװײניק אין דעם טורעם
גײען טישן, מענטשן, קינדער,
פֿון מעטאַל, פֿון פּעלץ און װאַטע.
דער פּראָפֿעסאָר אין אַ פּעלצל

עסט אַ פֿלױם פֿון דער לבֿנה,
רעדט זיך מיטן מאַרס און װיצלט
זיך מיט דער פּלאַנעט װענערע.
אױף אַ שפּוליק בײַ זײַן אױער
דרײט זיך אונדזער ערד אַרומעט,

שטערן קוקן אין די פֿענסטער,
שיטן זיך און לאַכן ליכטיק.
- אָ, װאָס מאַכסטו, גוטאַמינגאָ?
אַלט-געטרײַער פֿרײַנד, װאָס מאַכסטו?
און װאָס מאַכט דײַן זון, דער ליבער

מיטן נאָמען עװיגינגאָ?
גוט, איך װעל דיר מאַכן ייִנגער.
זעץ זיך, רו זיך אָפּ אַ רגע -
און ער עפֿענט אױף אַ קאַסטן
פֿול מיט לעבעדיקע הערצער:

קלײַב זיך אױס אַ האַרץ, מײַן ליבער,
קלײַב זיך אױס אַ האַרץ, נו גיכער:
פֿאַרטיק! אײַצטער װערסטו ייִנגער!
קרעפֿטיקער, געזינטער, פֿרישער,
שטעל זיך צו דער אַרבעט, פֿלינקער!

ביסט אַן אַרבעטער געװאָרן!
איצטער װילסטו פֿליגלען? - ביטע!
נאָר װאָס דאַרפֿסטו, חבֿר, פֿליגלען?
זעץ זיך אין האַרמאַט, איך גיב אַ
שאָס - דו פֿליסט צו אַלדע העלן!

אָט ביסטו אױף דער לבֿנה,
סמעטענע איז דאָ דער באָדן,
און אָט ביסטו אױף דער זון שױן,
זיס איז זי און געל װי האָניק.
כ'טונק דיר אָפּ אין װוּנדערװאַסער -

און אַ קינד ביסטו אַ נאַקעטס,
קלײנע פֿליגעלעך װי בלעטלעך -
און דו פֿלאַטערסט צװישן שטער
К началу страницы
 
+Цитировать сообщение
Ирена Pisces
Сообщение #2


слабая женщина
Иконки Групп

Группа: Супермодератор
Сообщений: 5 299
Регистрация: 25 Апреля 2003
Из: Москва

 США 

Пользователь №: 1
Спасибо сказали: 240 раз(а)




רײַבסטו אײַן דײַן קראַנקע פּלײצע.
פֿינסטער װערט אין אַלע רױמען,
גאָרנישט, נאָר דײַן קראַנקע פּלײצע.
און דו ביסט מיר שױן דערעסן,
נעם איך און איך גיב דיר שמעקן

שמעקמיר אום עטומאַרומעט -
און עס װערט פֿון דיר אַ גרײַפּל
און פֿון גרײַפּל װערט אַ פּולװער,
און פֿון פּולװער װערט אַ װינטל,
און פֿון װינטל װערט אַן אָטעם,

און פֿון אָטעם װערט אַ בלעזל,
און פֿון בלעזל װערט אַ בורבל,
און פֿון בורבל בלײַבט אַ שױמל,
שױמל-שימער-גאָרגל-גאָרנישט;
גאָרנישט װערסטו אין דעם גאָרנישט

און איך מאַך אַ נײַעם גאָרנישט,
ערד און װאַסער, זון און פֿײַער,
אַ לבֿנה פֿון אַ בלעכל
און אַ ייִנגל פֿון אַ בעבל.
װערט מיר אומעטיק - צעמאַך איך,
װערט מיר טרױעריק - באַשאַף איך
ערד און הימל,

מײדל - ייִנגל,
גוטאַמינגל,
עװיגינגל.


http://shakti.trincoll.edu/~mendele/tmr/tmr01.007
К началу страницы
 
+Цитировать сообщение

Ответ в темуСоздание новой темы
1 чел. читают эту тему (гостей: 1, скрытых пользователей: 0)
Пользователей: 0

 

Текстовая версия Сейчас: Пон, 29 Апреля 2024, 17:51


 
Дизан стиля форума Иван Манцуров aka Aiwan и Winnie the Pooh
Author’s emoticons KOLOBOK-Style
Russian America Top. Рейтинг ресурсов Русской Америки.
Ozon.ru
Рейтинг Новостей Америки