Версия для печати темы

Нажмите сюда для просмотра этой темы в обычном формате

Jewniverse Forum _ Переводы с идиш и на идиш _ Пишет реб Лапландец

Автор: Ирена - Понедельник, 15 Августа 2005, 14:55

‫כּמעט דרײַ װאָכן פֿאַרבראַכט אין לענינגראַד ־ אין פּעטערבורג, הײסט עס. איבערגעלעבט נאָך יענע פּריקלוטשעניעס, אָבער דאָס איז אַן אַנדער מעשׂה.
צװישן אַנדערן, געפֿונען אַ העפֿט מײַנע אַלטע לידער, װעלכע כ'האָב אָנגעשריבן אַ יאָר צװעלף צוריק.



***

דערלאַנגט מיר אַ ניגון:
אַ לאַנגן װי אַ טיש,
װי פֿיש אַ טונקעלן, ־
און קײנער װאָלט דאַן ניט געשװיגן.

און ברעמען, אױגן, שטאַמלענדיקע ליפּן
דעם רױם פֿאַרקניפּן אױף ‫פּרוזשינעס פֿון דער צײַט,
פֿון יענער זײַט ־ ביז גאָר אַן אַנדער זײַט,
װוּ שטערנס ריפּן
בליצן.

און נאָכאַמאָל ־
צו סאַמע שפּיצן
פֿון דער אײביקײט.




ריגע


מחשבֿות קלעטערן אַמאָל
פֿון בײדעמער און פֿלוגערס העכער.
ברוקשטיינער ־ טריט, לאַמטערנס ־ קול,
גיסט אָן די צײַט ביז ראַנד איר בעכער.

פֿילשטאָקיק דרימלט יעדער גאַס,
אין הימל ־ בײַטן זיך אַשמרות;
נאָר דער פֿרימאָרגן, קיל און נאַס,
שױן קוקט אַרױס פֿון זײַנע נאָרעס.

און ער פֿאַלט אָן ־ אַרײַן אין קראָם,
באַפֿלעכט דאָס היגע און ניט־היגע.
מיר זענען דאָ. די באַן קומט אָן.
די אַלטע שול, די אַלטע ריגע.



***
דער טײַך און הימל איז אַ שפּיגל,
װוּ אין געװירבל פֿון די קליאָנען,
װעסט זיך דערמאָנען,
זיך דערקאָנען
מיט שטײנערברעג און ציגל גלײַך;
װעסט עפּעס פֿרעגן -
בײמער, ברעגן.

שפּאַציר אין בלײַענע אומזינען -
זאַװאָדן, קראָען,
נאָר מאָרגן מוזסטו דעם באַגינען
אַ שעה פֿאַרטרױען.

המשך קומט...

Автор: Ирена - Воскресенье, 18 Сентября 2005, 15:28

***


‫אָ, תּשרי, תּשרי... איך האָב דיך ברײט באַגעגנט
און כ'טראָג זיך שװימענדיק אין גאָלד דײַנעם פֿון דאַנען,
װי קאָן איך ערגער זײַן פֿון װאָגלענדע בוטשאַנען
אין אונדזער געגנט.
(מ.קולבאַק) ‬


‫אַ גליק איז דעם, װאָס האָט פֿאַרהיט אַ הײם,
זיך ניט געלאָזט אױף האַרבסטיקע באַראָטן,
און ניט געבליבן אײנציקער אַלײן...

אָ, האַרבסטיקע באַראָטן! חנען, נעכט,
מעלאָדיעס פֿון פּוסטקײט, בײמערס נאָטן,
קרישטאָלענע װיבראַציעס, געפֿעכט
פֿון געל און גרױ.
און מײַן צעמאַטערטער זכּרון ־ אױסגעראָטן,
צו יעדן שאָטן ־ אומצוטרױ.

װען ס'טריפֿט פֿון קאָסמאָס מרה־שחורה'ס טױ,
װערט מעשׂה־שׂטן ד'גאַנצע װעלט צעטראָטן,
נאָר אַלץ װערט, דאַכט זיך, דײַטלעך און גענױ.

פֿאַרשטאַנד און תּכלית איז אַ שקר,
אומזין און קלאָרקײט ־ שכנים נאָנטע,
און האַרבסט, בײַ עמעצן דערמאָנטער,
קלאַפּט אין די אָדערן, װי גלעקער!

Автор: Ирена - Среда, 28 Сентября 2005, 18:39

***
‫טרעפֿט, פֿונװאַנען איז דאָס?


‫אומרויִק װאַרט איך אַ גאַנץ יאָר
אױף עמעצן, מײַן ליבן.
אָן שלאָף כ'באַגעגן דעם קאַיאָר ־
און אַלץ צוליב אַ ליבן.

איך בין דאָך אָן אַ ליבן,
װוּ נעמט מען זשע אַ ליבן?
איך קען אַרומגײן ד'גאָרע װעלט,
צו טרעפֿן נאָר אַ ליבן!

אָ איר, מלאכים פֿונעם גליק,
די היטער פֿון דער ליבע,
בשלום זאָל צו מיר צוריק
מײַן טײַערער אַריבער.

נאָר בלײַב איך אָן אַ ליבן.
כ'בין טרױעריק געבליבן.
איך שװער, כ'װאָלט אָפּגעגעבן אַלץ
פֿאַר עמעצן, מײַן ליבן! ‬

Русская версия Invision Power Board (http://www.invisionboard.com)
© Invision Power Services (http://www.invisionpower.com)