רחל בױמװא |
Здравствуйте, гость ( Вход | Регистрация )
רחל בױמװא |
Сообщение
#1
|
|
Я тут, как дома Группа: Участник Сообщений: 556 Спасибо сказали: 0 раз(а) Регистрация: 7 Май 2004 Из: USA Пользователь №: 55 |
רחל בױמװאָל אין אַ שעה פֿון אײנזאַמקײט אין מײַן אײנזאַמקײט כ'װאָלט װעלן ס'זאָל אַרײַנקומען אַ קינד, פֿון מײַן בעט ניט װײַט זיך שטעלן זײַנע פֿינגערלעך אין טינט - זעץ זיך, קינד, אָט איז אַ בענקל װאָלט איך זאָגן צו מײַן גאַסט טוט דאָס קינד זיך לײַכט אַ קװענקל איז מישבֿ זיך צי ס'פּאַסט און ער זעצט זיך אױף אַ ברעגל ס'איז דער שטול פֿאַר אים צו גרױס און די טינט=באַפֿלעקטע נעגל פֿאַרבאַהאַלט ער גיך אין פֿױסט נעם איך אים פֿאַנאַנדערפֿרעגן מיט אַ שטיפֿערישן מײן צי געזאַלצן איז אַ רעגן און צי ס'װאַקסט אױף בײמער כרײן איך באַװײַז אַ שפּיל אַ נײַע מיט אַ בלײַער אױף פּאַפּיר און איר קענט זיך זײַן משַער אַז באַפֿרײַנדעט װערן מיר |
|
|
Сообщение
#2
|
|
реб Йойл Группа: Обозреватель Сообщений: 840 Спасибо сказали: 0 раз(а) Регистрация: 14 Апреля 2004 Пользователь №: 47 |
רחל בױמװאָל צו מאַנדעלשטאַמען (צוליב דײַן שטאַם (עס שטאַמען פֿון אים מאַנדלען --.האָט מען מיט דיר געװאַגט אַזױ צו האַנדלען .דיך מיט די װאָרצלען אױסראָטן פֿון באָדן .װײַל פֿרעמדע מאַנדלען קאָנען אָנטאָן שאָדן יענץ ציגעלע קאָן פֿאָרן מיט זײ האַנדלען ,אין יענעם ליד פֿון ראָזשינקעס מיט מאַנדלען ,װאָס איז געװען באַװוּסט דײַן טאַטנס מאַמען .װאָס האָט געװיגט דײַן טאַטע - מאַנדעלשטאַמען ירושלים , 8 יוני 1977 יאָר |
|
|
Текстовая версия | Сейчас: Пон, 17 Июня 2024, 9:57 |